מאסקווע – רוסלאנד'ס הויפט שפיאנאזש אגענטור זאגט, אז זי האט סוקסעספול אפגעשטעלט א טעראר אטאקע וואס אייסיס טעראריסטן האבן פלאנירט דורכצופירן אינעם טאג וואס עס וועלן אפגעהאלטן ווערן די פרעזידענט וואלן אין לאנד. די רוסישע עף-עס-בי זאגט, אז זיי האבן שוין געהאלטן א לענגערע צייט אן אויג אויף אן אייסיס טעראר צעל אין עטליכע שטעט, און זיי זענען דערגאנגען אויף אינפארמאציע אז די גרופע האט פלאנירט א סעריע אטאקעס אינעם וואל-טאג. רוסישע פאליציי זענען איבערגעפאלן דאס הויז פון א הויפט-פיגור פונעם טעראר צעל, אין דער שטאט נעזני נאגוואראד, און האבן יענעם סוקסעספול אומגעברענגט. די פאליציי האבן געטראפן א באמבע, וואפנס און הויפנס אמוניציע אין דער היים פון דעם דערמארדעטן טעראריסט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל