וואשינגטאן - די דעמאקראטישע פירער אין וואשינגטאן זענען אין אן ערנסטן פאניק, אין בעפארברייטונג צו דער ערווארטונג אז פרעזידענט טראמפ וועט אויטאריזירן ארויסצוגעבן דעם קאנטראווערסיאלן מעמא, וואס ווי באריכטן זאגן צייגט עס די יוסטיץ דעפארטמענט'ס אנטי-טראמפ קארופציע.

נעכטן האבן טשאק שומער און נענסי פעלאסי געשיקט אן עמורדזשענסי מעסעדזש צום רעפובליקאנער קאנגרעס ספיקער, פאול רייען, אים בעטן אז ער זאל אינטערווענירן און זען אז דער מעמא ווערט נישט ארויסגעגעבן. אנדערע דעמאקראטן האבן גאר פארלאנגט אז דעווין נונעז, דער צוזאמשטעלער פונעם מעמא, זאל פארלירן זיין פאזיציע אלס פארזיצער פון דער קאנגרעס שפיאנאזש קאמיטע.

ווי עס הייסט וועט טראמפ היינט געבן די אויטאריזאציע צו פובליצירן דעם מעמא, און אבזערווירער זאגן אז מען קען ערווארטן, אז די רעפובליקאנער וועלן אויפבלאזן דעם אינהאלט אלס א מעכטיגער סקאנדאל, און די דעמאקראטן וועלן עס אוועקמאכן אלס לעכערליך, אבער ווי ״עקסיאס״ האט באריכטעט נעכטן, זענען ווייסע הויז סטראטעגיסטן טאקע באזארגט אז דער מעמא האט בכלל נישט אזויפיל מאסיווע אויפדעקונגען, ווי די פאמפע דערפאר איז געווען אין די לעצטע פאר טעג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל