אידישע וועטער באריכט


א לייכטע רעגן, וועט זיך אנהויבען ביינאכט. איבערנאכט קומט אריין שטארק-קאלטע לופט, און די רעגן קען זיך ענדיגען ווי שניי. מער ווי איין אינטש איז נישט ערווארט אין שטאט, און אפשר ביז 2, אפסטעיט. מער וויכטיג איז, אז עס קען ווערען זייער גליטשיג פון א flash freeze.

פרייטאג וועט ווערן טייל זוניג, אבער שטארק קאלט, מיט טעמפרעטורן אין די 20'ערס. שטארקע ווינטן וועלן אראפברענגען די רעיל-פיל טעמפרעטורס, נאנט צו 10.

פרייטאג צונאכטס - ווי אויך שבת - זעהן אויס שטארק קאלט און ווינטיג.

זונטאג קומט אן די קומענדיגע שטורם. דאס האט אויסגעזעהן צו זיין א גרעסערע שניי מיט אפאר טעג צוריק, אבער מער און מער זעהט יעצט אויס אז עס וועט זיין א רעגן מיט אביסעל שניי אנהויב, און אפשר צום סוף. אין אפסטעיט קען יא פאלן עטליכע אינטשעס, פאר עס גייט אויך אריבער צו רעגן. אינטרעסאנט איז אז מיר זענען אריין אין א קאלט-טרוקען / רעגענדיג- מילד וועטער פאטערן.

קומענדיגע וואך זעהט ווייטער אויס ווי אפאר קעלטערע און זוניגע טעג, און דערנאך נאך א מערסטענס-רעגן שטורם ארום מיטוואך.


ניו יארק סיטי
היינט נאכט-☔️⬅️❄️28
פרייטאג-🌤💨30😨10
פרייטאג צונאכט-🌛💨14😨0
שבת-🌤28😨10
מוצאי שבת -☁️28
זונטאג-❄️?⬅️☔️42
מאנטאג-❄️?☔️ /🌤37
דינסטאג-🌤37
מיטוואך -☔️45
דאנערשטאג -🌤35

לעיקוואוד
היינט נאכט-☔️⬅️❄️30
פרייטאג-🌤💨30😨10
פרייטאג צונאכט-🌛💨12😨0
שבת-🌤30😨10
מוצאי שבת -☁️24
זונטאג-❄️?⬅️☔️45
מאנטאג-🌤38
דינסטאג-🌤38
מיטוואך -☔️47
דאנערשטאג -🌤35

מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט-☔️⬅️❄️23
פרייטאג-🌤💨25😨5
פרייטאג צונאכט-🌛💨8😨5-
שבת-🌤25😨10
מוצאי שבת -☁️23
זונטאג-❄️?⬅️☔️35
מאנטאג-🌤30
דינסטאג-🌤32
מיטוואך -❄️?☔️40
דאנערשטאג -🌤28

מאנטריאל
(קרית טאהש נעמט אראפ 3 דעגריס)
היינט נאכט-❄️/🌛3😨10-
פרייטאג-🌤💨7😨5-
פרייטאג צונאכט-🌛💨0😨15-
שבת-🌤16😨0
מוצאי שבת -❄️18
זונטאג-❄️27
מאנטאג-🌤19
דינסטאג-🌤16
מיטוואך -❄️?21




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל