ריאד – גוגעל'ס צענטער-פירמע "אלפאבעט" איז אין געשפרעכן מיט דער סאודי אראביע רעגירונג, איבער דער מעגליכקייט אז גוגעל וועט אוועקשטעלן א מאסיוון טעכנאלאגיע צענטער אין דער אראבישער קעניגרייך. די געשפרעכן קומען אין א צייט וואס דער סאודיער קרוין פרינץ מוכאמעד בין סאלמאן פרובירט צו מאדערניזירן סאודי אראביע, און וויל ברענגען נייע אינוועסטמענטס און נייע עקאנאמישע געלעגנהייטן פאר א קעניגרייך, וואס איז ביז היינט געווען אנגעוויזן אויף פראפיטן פון אויל. די געשפרעכן גייען אן צווישן גוגעל און סאודי אראביע'ס רעגירונג-קאנטראלירטע אויל פירמע, און סאודי אראביע וויל אז גוגעל זאל זיך פארפליכטן צו בויען א ריזיגן קאמפלעקס פון עטליכע געביידעס, וואו מען וועט ארבעטן אויף נייע טעכנאלאגיעס, קאמפיוטער סאפטוועיר און אנדערע ערפינדונגען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל