עזה – די יו-ען אגענטור פאר פאלעסטינער פליטים, באקאנט אלס "אונרא" (UNRWA), האט ארויסגעשיקט א ביטע צו אראבישע לענדער, אז זיי דארפן האבן פרישע גרויסע ביישטייערונגען, נאכדעם וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט געשניטן צענדליגער מיליאנען דאלארן הילף פון דער אגענטור. די אגענטור סערווירט ארום פינף מיליאן פליטים און זייערע יורשים, און זי האט א בודזשעט פון איין ביליאן דאלאר יערליך, און די פאראייניגטע שטאטן איז ביז היינט געווען דער גרעסטער ביישטייערער, דעקנדיג א דריטל פונעם בודזשעט פון דער אגענטור. דער "אונרא" פירער, פיער קראהאנבול, האט גערעדט ביי א זיצונג פון אראבישע אויסערן מיניסטארן אין קאירא, וואו ער האט געמאכט די ביטע פאר פרישע ביישטייערונגען, און דערווייל איז קואוועיט די איינציגסטע אראבישע לאנד וועלכע האט פארשפראכן פרישע געלטער. עקסטער האבן שוין אויך צען אנדערע לענדער, רוסלאנד און 9 אייראפעאישע, פארשפראכן פרישע געלטער.
הוסף רשומת תגובה