ליסבאן – די רעגירונג אויטאריטעטן אין פארטוגאל זאגן, אז די צאל וויפיל ספרדי'שע אידן, אפשטאמיגע פון די פארטריבענע ביים גירוש שפאניע, האבן אריינגעגעבן צו באקומען פארטוגעזישע בירגערשאפט, איז שטארק געשטיגן אין לויף פון יאר 17'. דאס קומט נאכדעם וואס א געזעץ איז פארגעשלאגן געווארן אין יאר 13' און באשטעטיגט געווארן צוויי יאר דערויף, אהערצושטעלן א גרינגן און שנעלן פראצעדור פאר אפשטאמיגע פון פארטריבענע אידן ביים גירוש עפאכע, צו קענען באקומען פארטוגעזישע בירגערשאפט, און די אפיציעלע ציפערן צייגן אז נאענט צו אכצן הונדערט אידן האבן אריינגעגעבן בירגערשאפט אפליקאציעס אין לויף פון יאר 17', און עס זענען נאך פארהאן צוועלף טויזנט אידן וועלכע האלטן אינמיטן די אפליקאציע פראצעדורן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל