לאנדאן – דער געוועזענער לאנדאנער מעיאר, קען ליווינגסטאן, וועלכער איז ארויסגעווארפן געווארן פון דער לעיבאר פארטיי צוליב באשולדיגונגען פון אנטיסעמיטיזם, זאגט אז ער וועט קעמפן צוריק אריינגענומען צו ווערן אין דער פארטיי. ליווינגסטאן איז געווען לאנגע יארן א הויכראנגיקער לעיבאר פארטיי מיטגליד, ביז ער איז ארויסגעווארפן געווארן אין אפריל יאר 16', נאכ'ן זאגן אז היטלער האט געשטיצט ציוניזם. זיינע דעמאלטדיגע קאמענטארן האבן געשאפן א גרויסן שטורעם, אבער פילע האבן אנגעצייגט אז ס'איז טאקע געווען פארשידענע קאאפעראטיווע שריט צווישן די ציוניסטישע באוועגונג און דער היטלעריסטישער רעזשים אין דייטשלאנד. למעשה איז ליווינגסטאן ארויסגעווארפן געווארן פאר צוויי יאר, און יעצט קומט די צוויי יאר צו אן ענדע, זאגט ער אז ער וועט קעמפן צוריק אריינגעלאזט צו ווערן אין דער פארטיי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל