ניגעריע – די ניגעריער רעגירונג האט נעכטן אנערקענט, אז איבער 110 קליינע קינדער זענען דערווייל נאכנישט אפגעפונען געווארן, שטייענדיג איין גאנצע וואך נאכדעם וואס טעראריסטן פון דער "באקא האראם" טעראר גרופע זענען איבערגעפאלן א שולע אין צפון ניגעריע און פארכאפט א גרויסע גרופע קינדער. דאס איז די צווייטע מאל וואס אזא איבערפאל און פארכאפונג פאסירט אויף א גרויסן פארנעם, נאכדעם וואס אין יאר 14' האבן די זעלבע טעראריסטן פארכאפט נאענט צו 300 קינדער, וואס ארום הונדערט פון זיי זענען ביז היינט, 4 יאר שפעטער, נאך אלץ נישט אפגעפונען געווארן. דער זארג איז אז די באקא האראם טעראריסטן פארכאפן די קינדער, זיי צו פארקויפן נאכדעם אויפ'ן שווארצן מארקעט פאר אנדערע טעראריסטן אין ניגעריע און איבער דער וועלט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל