קאנאדע – רעגירונג באאמטע אין קאנאדע האבן אנגעהויבן שיקן סיגנאלן, אז אויב דער נאפטא האנדלס אפמאך צווישן אמעריקע, מעקסיקא און קאנאדע וועט צוזאמפאלן, אלס רעזולטאט פון דורכגעפאלענע איבערמאכונג-געשפרעכן וואס פרעזידענט טראמפ האט פארארדענט, וועלן זיי זיין גערישט און גרייט דערויף, ארבעטנדיג שוין דערווייל אויף נייע האנדלס אפמאכן צו ערזעצן די עקאנאמישע שאדנס פון א צעפאלענער נאפטא. דאס איז געקומען אין א צייט וואס עס האט זיך אנגעהויבן, נעכטן זונטאג, די זיבעטע רונדע געשפרעכן איבער'ן נאפטא אפמאך, וועלכע קומט פאר אין דער מעקסיקאנער הויפטשטאט מעקסיקא סיטי, וואס די יעצטיגע רונדע וועט אנהאלטן ביז קומענדיגע וואך מאנטאג, און דערווייל זעט נישט אויס אז מ'האלט נאענט צו אן אפמאך, און טראמפ האט געסטראשעט אז אויב וועט מען נישט גרייכן אן אפמאך, וועט אמעריקע זיך ארויסציען דערפון.
הוסף רשומת תגובה