דער נאטא גענעראל-סעקערטאר דשענס סטאלטענבערג האט געזאגט אז נאטא גרייט זיך צו נאכקומען א פארלאנג פון אמעריקע צו פארגרעסערן איר מיסיע אין איראק און אוועקשטעלן דארט א גרעסערע דיוויזיע פון זעלנער און ספעציאליסטן וועלכע זאלן טרענירן און ארויסהעלפן די איראקער זיכערהייטס קרעפטן צו צוריקשטעלן סטאביליטעט אין לאנד נאך א דריי יעריגע קריג מיט אייסיס וועלכע האט געלאזט א שווערע עפעקט אויפ׳ן לאנד.
די מעלדונג קומט נאכדעם וואס דער אמעריקאנער פארטיידיגונגס סעקערטאר דשים מעטיס האט אין א ספעציעלע בריוו צו נאטא געבעטן פון נאט״א צו שפילן א שטערקערע ראלע אינעם קאמפ קעגן טעראר. נאט״א וועט דיסקוטירן די דעטאלן פון די מיסיע די וואך ביי א סאמיט מיט אויסערן מיניסטארן וואס קומט פאר אין בריסל, און האפט צו אנהייבן די מיסיע קומענדיגע יולי.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל