די עגיפטישע מיליטער האט די וואך געעפנט א מעכטיגע מיליטערישע אפעראציע צו ענדיגן דאס געזעצלאזיגקייט וואס הערשט אויפ׳ן סיני האלבאינזל וואס ערלויבט פאר אייסיס מיליטאנטן צו אפערירן דארט און עס נוצן אלס באזע צו דורכפירן אטאקעס קעגן זיכערהייטס קרעפטן און מינאריטעטן אין עגיפטן. היינט האט די עגיפטישע מיליטער געזאגט אז די אפעראציע גייט ווי געפלאנט און די מיליטער האט אפגעצייכנט שטארקע סוקסעס, און האבן אומגעברענגט 10 מיליטאנטן און ארעסטירט נאך 400 טעראר פארדעכטיגטע.
די מיליטער האט אנגעהויבן אירע אקציעס קעגן אייסיס שוין מיט א פאר וואכן צוריק נאך די טויטליכע אטאקעס וועלכע האבן אומגעברענגט 300 קריסטן, די צאל אייסיס מיליטאנטן וואס די מיליטער האט אומגעברענגט אין די לעצטע וואכן שטייט ביי 38, און פרעזידענט אל-סיסי האט פארשפראכן צו ענדיגן די טעראר אקטיוויטעטן פון אייסיס.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל