דער דעספאט פון נארט קארעא קים יאנג אָן האט נעכטן אין א רעדע שטארק אויסגעלויבט סאוט קארעא איבער זייער גאסטפריינטליכקייט פאר דעלעגאנטן פון זיין לאנד דורכאויס די פארלאפענע אלימפישע שפילן, און האט אויסגעדריקט זיין ווילן צו אנהאלטן די פארבעסערונג אין די באציאונגען און ברענגען ״ווארימערע פארבינדונג״ מיט זייער שכן.
דאס קומט נאכדעם וואס ביי די אלימפישע שפילן האבן זיך באטייליגט צוויי הויכראנגיקע מיטגלידער פון די פאמיליע פונעם דיקטאטור, און זיין שוועסטער האט איבערגעגעבן א פערזענליכע בריוו פון קים יאנג-אָן צום פרעזידענט פון סאוט קארעא אין וועלכע ער לאדענט אים איין אויף א באזוך קיין פיאנגיענג.
אין די זעלבע צייט האט פרעזידענט מאָן דשעי-אין פון סאוט קארעא געזאגט אז וואשינגטאן איז גרייט צו זיך אנשליסן אין די געשפרעכן און ברענגען אן ענדע צו די אינטערנאציאנעאלע קריזיס וואס איז אנטשטאנען צוליב די נוקלעארעא טעסטן פון דעם רעזשים אין נארט.
אין אנדערע נייעס האט די קרעמעלין געמאלדן אז פרעזידענט פוטין האט נעכטן געהאט א טעלעפאנישע געשפרעך מיט פרעזידענט טראמפ צו דיסקוטירן די סיטואציע מיט נארט קארעא, עס איז אבער נישט אנגעגעבן געווארן קיין דעטאלן איבער די אינהאלט פונעם געשפרעך.

Image Alternative Text

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל