די רעכטע 'פרייהייט פארטיי', וואס איז אין די פארלאפענע וואלן אריינגעטרעטן אין דער רעגירונג, האט אונטערגענומען א צאל באמיאונגען זיך אפצושאקלען פון איר קאנטראווערסאלער פארגאנגענהייט, ווען נאצי-געשטימטע מענטשן זענען געווען פארמישט אין איר גרינדונג.
"עס איז געקומען א היפשע מאס קריטיק" קעגן דער פארטיי, האט אנגעוויזן א פירנדע פארטיי-פיגור, וואלטער ראזענקראנץ, "טייל איז אומבאגרינדעט, אבער א חלק פון דער קריטיק איז גערעכט," האט ער געזאגט ביי א פרעסע-קאנפערענץ, וואו ער האט קלאר געמאכט אז די פארטיי האט נישט קיין שייכות מיט ראסיזם, שוין אפגערעדט פון נאצישער אידאלאגיע.
די מעלדונג איז געקומען אין זעלבן טאג וואס א מדינת ישראל פארלאמענט-מיטגליד, יהודה גליק, פון דער ליכוד פארטיי, האט זיך געטראפן מיט פארטיי-פירערס אין וויען. צווישן אנדערן, האט די פארטיי-פירערשאפט אויפגענומען א היסטאריקער, וועמענס אויפגאבע וועט זיין דורכצוקוקן די היסטאריע פון דער פארטיי און רעקאמענדירן שריט 'אויפצורייניגן' דער פארטיי'ס פארגאנגענהייט.
די פרייהייט פארטיי האט אין דער לעצטער תקופה געביטן איר פלאטפארמע, צו פאקוסירן אויף עקאנאמישע פראבלעמען, ווי אויך דעם פלייץ פון איסלאמישע אימיגראנטן אין לאנד.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל