דער רעפובליקאנער סענאטאר באב קארקער האט מיט צוויי מאנאטן צוריק געמאלדן אז ער וועט נישט לויפן פאר ווידערערוויילונג אלס דער רעפובליקאנער סענאטאר פון טענעסי, נאכדעם וואס ער האט געהאט א עפנטליכע געפעכט מיט פרעזידענט טראמפ און האט דעריבער באשלאסן צו זיך ארויסלאזן פון פאליטיק.
אצינד זענען רעפובליקאנער באזארגט אז זייער יעצטיגע קאנדידאט מארשע בלעקבוירן וועט נישט קענען באווייזן צו באזיגן א דעמאקראטישע מאמענטום מיט זייער קאנדידאט דער דעמאקראטישער גאווערנער פיל ברענדאן, און ווי עס שיינט קען די רעזיגנאציע פון קארקער זיי קאסטן דעם זיץ און מעגליך זייער מערהייט אין סענאט.
דעריבער טוען פילע הויכראנגיקע רעפובליקאנער בעטן קארקער צו צוריק אריינטאנצן אינעם פארמעסט, קארקער האט געזאגט אז ער ״הערט אויס״ די געבעטן אבער האט דערווייל נאכנישט צוריקגעצויגן זיין רעזיגנאציע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל