די טראמפ אדמיניסטראציע האט נעכטן ארויסגעלייגט זייער בודשעט פארשלאג וואס נעמט אריין פילע שניטן צו א צאל רעגירונגס פראגראמען, און צווישן אנדערע טוט עס פארשלאגן צו שניידן דראסטיש דעם פוד סטעמפס פראגראם, און אנשטאט געבן די פרייהייט פאר די נויטבאדערפיגע צו קויפן אין גראסערי לויט זייער געשמאק ווי ביז יעצט וויל די אדמינסטראציע איינפירן אז די סטעיטס זאלן שענקן קעסטלעך פון רויע פראדוקטן ווי מילך, פינאט באטער, סיריעל א.ד.ג. אזא פראגראם וועט שניידן ארום 129 ביליאן דאלער פונעם פוד סטעמפס פראגראם.
דאס ווייסע הויז פארטיידיגט דעם פארשלאג און זאגט אז דאס קעסטל וועט אנהאלטן נארהאפטיגע עסנווארג וועלכע איז געוואקסן און פראדוצירט אין אמעריקע. ליבעראלע גרופעס אטאקירן שטארק דעם פארשלאג און רופן עס אן ״א וויץ״ און זאגן אז דאס וועט ענדיגן דעם קריטיש וויכטיגע פוד-סטעמפס פראגראם און וועט אייגנטליך ברענגען דערצו אז ארימע פאמיליעס קענען נישט געבן קיין פרישע עסנווארג פאר די קינדער וויבאלד דאס קעסטל וועט אנטהאלטן בלויז קאנזערווירטע און טרוקענע פראדוקטן.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל