א מדינת ישראל סעטאליט האט אויפגעדעקט אז רוסלאנד האט אפגעשיקט קיין סיריע איר מערסט פארגעשריטענע פליגער, נעמליך די ״סויכוי 57״ וואס פארמאגט גאר פארגעשריטענע סטעלט מעגליכקייטן זיך צו ארויסדרייען פון ראדארן און אנטי-פליגער מיסילס. די פליגערס זענען די נייעסטע אין די ארעסנאלן פון רוסלאנד און זענען דערווייל נאכנישט אויספרובירט געווארן אויפ׳ן שלאכטפעלד.
די אפיציעלע רוסישע מידיע האט באשטעטיגט די באריכטן און געזאגט אז רוסלאנד האט געשיקט א פלאטע פון די פליגערס קיין סיריע, ווי זיי וועלן צום ערשטן מאל אפערירט ווערן פאר מיליטערישע אפעראציעס און פאר שפיאנאזש מיטלן, דער מיליטערישער ווארטזאגער האט געשיקט א באהאלטענע מעסעדש צו מדינת ישראל זאגנדיג אז די פליגער ״שיקט א מעסעדש פאר דערנעבנדיגע לענדער וועלכע ערלויבן זייערע פליגער צו ארומפליען פרייערהייט אין די סיריער לופט טעראטאריע״.
קוועלער אין די אמעריקאנער פארטיידיגונגס דעפארטמענט האבן אויך אויסגעדריקט זארג איבער די נייעס זאגנדיג אז דאס געבט פאר רוסלאנד א אומגעראכטענע מיליטערישע אויבערהאנט איבער די אמעריקאנער קרעפטן וואס קעמפן אין סיריע, און וועט זיי ערלויבן צו שפיאנירן בעסער אויף די אמעריקאנער אקטיוויטעטן און באריכטן פאר די אסאד רעזשים. אזוי אויך פארמאגט די פליגער בעסערע קאמפס מעגליכקייטן ווי די אמעריקאנער עף-22 וועלכע ווערן באנוצט אין סיריע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל