א יונגער מענטש איז דעם זונטאג דערשטאכן געווארן אין פראנט פון דער 'ארמארי' געביידע אין קראונהייטס.
די ארמארי, וואס דינט אלס היימלאז-שעלטער פאר 350 מענטשן, ווערט שוין א לענגערע צייט געפלאגט פון הפקרות און פארברעכנס.
דער קרבן איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל שטערבליך פארוואונדעט, און אויסגעגאנגען מיט א קורצער צייט שפעטער. דעם מערדער איז געלונגען צו אנטלויפן.
מענטשן פון קראונהייטס באקלאגן זיך אז די געגנט איז אין די לעצטע צוויי יאר פארוואנדלט געווארן אין א צענטער פאר היימלאזע מענטשן, וואס מאכן זיך באקוועם אין די ארטיגע גאסן.
דער צענטערפונקט פון דער צרה איז ביי דער סקווער-גאס 'ארמארי' געביידע, וואס געפינט זיך אויף בעדפארד ביי אטלאנטיק עוועניו, וועמענס גאסן זענען פול מיט היימלאזע מכל המינים, אריינגערעכנט די סיטי-ביציקלעך קעגנאיבער, וואס זענען דורך די היימלאזע פארוואנדלט געווארן אין זיץ-ערטער. 
ארטיגע תושבים באקלאגן זיך, אז וואוילטעטיגע צוועקן ליפערן פעקלעך עסן פאר די אומגליקליכע, אבער יענע לאזן אבער דעם שיריים און מיסט זיך וואלגערן אויף דער גאס, אנשטאט עס אוועקווארפן אין מיסט-קאסטן.
די איינוואוינערס ווייזן אן, אז די שטאט פלאנט נאך אהינצוברענגען א פרישן שעלטער, וואס זאל דינען אלס היים פאר ארום הונדערט גייסטיג-אומסטאבילע פארשוינען, וואס וועט נאר פילפאכיג פארערגערן דעם מצב.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל