דער אדוואקאט פאר א פרוי וואס איז ערנסט געשעדיגט געווארן פון א בוים וואס איז אויף איר ארויפגעפאלן אין סענטראל פארק פלאנט אריינצוטראגן א 200-מיליאן דאלארדיגע אנקלאגע קעגן דער שטאט.
פרוי גאלדמאן האט פאריגע וואך שפאצירט אין סענטראל פארק, מאנהעטן, מיט צוויי פון אירע קינדער, ווען א בוים איז אויפאמאל ארויפגעפאלן אויף זיי. די פרוי און איר פיצל קינד זענען ערנסט פארוואונדעט געווארן, און די מאמע וועט ווארשיינליך פארבלייבן פערמאנענט געשעדיגט.
די פרוי האט געליטן פון א צעבראכן האלז און עטליכע ביינער, און דאס האלז וועט איר ווארשיינליך בלייבן געשעדיגט אויפ'ן גאנצן לעבן.
גאלדמאן, וועלכע איז פריער געווען א לויפערקע, וועט יעצט בלייבן זייער באגרעניצט מיט אירע אקטיוויטעטן, און וויל די שטאט זאל איר צאלן אנטשעדיגונג.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה