די יו-ען זיכערהייטס קאנסיל האט איינשטימיג באשטעטיגט א פארלאנג פונעם סיריער רעזשים פאר א 30 טאגיקער הומאניטארער פייער אפשטעל אין סיריע, נאכדעם וואס אין די לעצטע 8 טעג זענען איבער 540 בירגער אומגעקומען אין לופט אטאקעס פונעם רעזשים קעגן רעבעלן קאנטראלירטע געגענטער.
די רעזאלוציע האט אבער נישט אנגעגעבן ווען די פייער אפשטעל מוז אריינגיין אין עפעקט, און היינט אינדערפרי זענען נאך געווען באריכטן איבער ערנסטע באמבאדירונגען אין די רעבעלן קאנטראלירטע שטעט ארום דמשק.
די יו-ען האט אויסגעהערט באריכטן פון מענטשן רעכט און הומאנטירער ארגאניזאציעס וועלכע האבן געווארנט איבער א מאסיווע הומאנירטארע קריזיס וועלכע קומט פאר אין די רעבעלן קאנטראלירטע שטעט, און ארום 400,000 ציווילע וועלכע זענען געשטראנדעט אונטער פייער אן קיין צוטריט צו נארמאלע שפייז אדער מעדיצינען.
אין ליכט פון די יו-ען רעזאלוציע האט רוסלאנד געמאלדן אז זי האט קאארדינירט מיט די אסאד רעזשים א טעגליכע פייער אפשטעל אין די פארמיטאג שעה׳ן צו ערלויבן פאר ציווילע צו אנגיין מיט׳ן לעבן, און וועט אויך העלפן עפענען א וועג פאר פליטים וואס זוכן צו אנטלויפן פונעם שלאכטפעלד.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה