נעכטן זונטאג איז אפיציעלע געשלאסן געווארן די אלימפישע שפילן אין סאוט קארעא, די שפילן זענען געקומען אונטער׳ן שאטן פון די גרעסערע געשעעניש וואס האט זיך אפגעשפילט אינעם סטאדיום, נעמליך די פריש באנייעטע ווארימע באציאונגען צווישן די צוויי קארעאס, און עס האט זיך אויך שטארק אנגעזענען אינעם שליסונג צערעמאניע.
ביי די צעראמעניע איז געווען אן אנוועזנהייט פון דעלעגאציעס פון ביידע קארעא׳ס און אזוי אויך א דעלעגאציע פון די פאראיייניגטע שטאטן אין שפיץ פון איוואנקע טראמפ, דער פרעזידענט פון די אלימפישע שפילן האט ביי די צעראמעניע אויסגעלויבט ביידע רעגירונגען און געזאגט אז די אטמאספערע פון שלום ביי די שפילן דינען אלס אינספיראציע פאר די גאנצע וועלט.
די מאנאט פון די שפילן איז געווען די רואיגסטע מאנאט אין די פופציג יעריגע קריג צווישן די צוויי קארעא׳ס, סיי נארט קארעא האט זיך אפגעהאלטן פון סיי וועלכע מיליטערישע פראוואקאציעס, און אזוי אויך האט אמעריקע און סאוט קארעא זיך אפגהאלטן פון דורכפירן סיי וועלכע מיליטערישע אקטיוויטעטן אויפ׳ן קארעא׳ר האלב-אינזל.
אין לויף פון די אלימפיקס האט דער נארט קארעאר דיקטאטור אויך איינגעלאדענט דעם סאוט קארעאר פרעזידענט פאר געשפרעכן אין הויפטשטאט פון נארט קארעא. אצינד ווארט די וועלט מיט שפאנונג צו זען אויב דאס איז געווען בלויז א דיפלאמאטישע טאקטיק פון נארט קארעא צו באקומען אינטערנאציאנאלע אנערקענונג אדער זי איז ערנסט גרייט צו עפענען א נייע בלעטל און איז גרייט דערפאר אויך צו אויפגעבן אירע נוקלעארע אספיראציעס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל