בעירוט – די לבנון רעגירונג האט נעכטן קאטעגאריש געלייקנט, אז זיי האבן געוואלט טשעפען דעם אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, און אים וועגן דעם געלאזט זיצן און ווארטן עטליכע לאנגע מינוט אליין. טילערסאן האט באזוכט אין לבנון, זיך צו טרעפן מיט ארטיגע רעגירונג באאמטע, אריינגערעכנט פרעזידענט מייקל אואן און פרעמיער מיניסטער סאאד הארירי, און די אמעריקאנער מידיא קאמערעס האבן געוויזן לעבעדיגע דעקונג פון דער זיצונג מיט פרעזידענט אואן, וואו מ'האט געזען טילערסאן זיצן אליין נעבן א ליידיגן בענקל פאר עטליכע מינוט. פילע האבן עס געהאט אויסגעטייטשט ווי די לעבאנעזער רעגירונג האט געוואלט באליידיגן און דערנידערן סעקרעטערי אוו סטעיט טילערסאן, אבער די רעגירונג האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז טילערסאן איז פשוט אנגעקומען א פאר מינוט פריער ווי געסקעדזשועלט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל