לאנדאן – די בריטישע נאציאנאלע סייבער זיכערהייט צענטער האט נעכטן געזאגט, אז זיי זענען געקומען צום אויספיר, אז די רוסישע רעגירונג איז פאראנטווארטליך פאר די מאסיווע "נאט-פעטיא" העקעריי אטאקעס וואס האבן פאסירט פאראיאר זומער. די העקערייען האבן אפעקטירט צענדליגער שפיטעלער אין ענגלאנד, ריזיגע טיילן פון אוקראינע, אריינגערעכנט ארטיגע געשעפטן, ביזנעסער און רעגירונג אפיסעס, און אויך האט עס אפגעקאסט 300 מיליאן דאלאר שאדנס פאר דער אינטערנאציאנאלער שיפינג פירמע "מאערסק". די בריטישע אויטאריטעטן זאגן אז זיי האבן יעצט געענדיגט זייער אויספארשונג אויף די העקעריי אטאקעס, און געקומען צום אויספיר אז דאס האט רוסלאנד געטאן, מיט'ן ציל דירעקט צו אפעקטירן זייער ארכי-שונא אוקראינע, און דאס האבן זיי געטאן דורכ'ן אריינפלאנצן די העקעריי סאפטוועיר אין דעם "עם-אי-דאק" קאמפיוטער פראגראם, וואס ווערט כמעט נאר גענוצט אין אוקראינע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל