אפגאניסטאן – די טאליבאן טעראר ארגאניזאציע האט פובליצירט א בריוו, אדרעסירט צום אמעריקאנער פאלק, וואוילטעטיגע גלאבאלע ארגאניזאציעס, און אמעריקאנער קאנגרעסלייט, בעטנדיג זיך ביי זיי צו העלפן ענדיגן אמעריקע'ס אקופאציע אין אפגאניסטאן, און פאראויסשטופן א שלום פלאן צווישן די טאליבאן און די אפגאנער רעגירונג. אינעם בריוו שרייבט די טאליבאן, אז אויב אמעריקע וועט אנהאלטן ווייטער איר זיבעצן יעריגער קאמף אין אפגאניסטאן, וועט עס נאר קאסטן פרישע טויזנטער פאטאליטעטן און ביליאנען דאלארן פאר דער אמעריקאנער רעגירונג. דער בריוו קומט עטליכע וואכן נאכדעם וואס טראמפ האט געזאגט פאר מיטגלידער פונעם יו-ען זיכערהייט קאונסיל, אז דערווייל וויל ער נישט הערן פון שלום געשפרעכן מיט די טאליבאן, נאכדעם וואס זיי האבן דורכגעפירט א סעריע מאסיווע אטאקעס אין יאנואר.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל