וואשינגטאן – די טראמפ אדמיניסטראציע האט געזאגט, אז זי באטראכט א פלאן דורכצופירן א מאסיווע אויפשאקלונג אינעם פוד-סטעמפס פראגראם, אז אנשטאט ווי ביז היינט וואס די רעגירונג גיט מאנאטליך א קארטל אנגעפילט מיט געלט פאר די געניסער, צו קענען קויפן אין גראסערי וואס זיי ווילן, וועלן די געניסער באקומען א פארטיגן שאכטל מיט עסנווארג, וואס די פעדעראלע רעגירונג וועט זיי שיקן. דער ווייסער הויז בודזשעט דירעקטאר, מיק מולוועיני, זאגט אז דער פלאן איז טייל פונעם 4.4 טריליאן דאלארדיגן בודזשעט וואס טראמפ האט געשיקט מאנטאג צו קאנגרעס, און מולוועיני זאגט אז עס וועט שפארן ביליאנען דאלארן פאר דער פעדעראלער רעגירונג, און אויך וועלן פאמיליעס באקומען בלויז געזונטע צוגעטיילטע עסנווארג. דער פארשלאג איז באלד אראפגעריסן געווארן דורך פילע, וועלכע האבן געזאגט אז דאס וועט נעגאטיוו אפעקטירן מיליאנען ארימע פאמיליעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל