וואשינגטאן – נעכטן האט דער סענאט געזאלט אפיציעל אנהייבן דעבאטירן די אישו פון אימיגראציע, און ספעציפיש א לעזונג פאר די 1.8 מיליאן דאקא אימיגראנטן, אבער עס האט זיך גלייך פארהאנקערט. די דעבאטע האט זיך געזאלט אנהייבן איינצוהאלטן א פארשפרעכונג וואס רעפובליקאנער סענאט פירער מיטש מעקאנעל האט געהאט געמאכט פאר'ן דעמאקראטישן סענאט פירער טשאק שומער, מיט עטליכע וואכן צוריק ביים גרייכן א דיעל צו ענדיגן א דריי-טאגיגן שאטדאון – אבער למעשה זענען די דעמאקראטן געווען די וועלכע האבן נעכטן פארלאנגזאמט די פראצעדורן און נישט געלאזט מען זאל אנהייבן דעבאטירן. די דעמאקראטן זאגן אז דאס קומט וויבאלד מעקאנעל האט נעכטן געזאגט אז ער וועט נאר שטיצן דעם אימיגראציע פלאן וואס טראמפ האט ארויסגעשטעלט, וועלכע פארמאגט א פארשלאג אפצושטעלן "פאמיליע-קייט אימיגראציע", וואס די דעמאקראטן ווילן דאס נישט שטיצן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל