וואשינגטאן – פאליציי און סיקרעט סערוויס אגענטן האבן נעכטן נאכאמאל געדארפט האנדלען מיט אן אינצידענט פון ווייסע פארדעכטיגטע שטויב, און דאסמאל איז עס געווען אין וואשינגטאן די-סי, ביים פריוואטן אפיס פונעם געוועזענעם פרעזידענט באראק אבאמא. דער געוועזענער פרעזידענט פארמאגט א פריוואטע אפגעדינגענע אפיס אין דער געביידע וואס באלאנגט פאר דער "ווארלד וויילדלייף פאנד" ארגאניזאציע, וואו ער פירט דורך זיינע פריוואטע ביזנעס אנגעלעגנהייטן, און נעכטן אינדערפרי זענען פאליציי אלארמירט געווארן צו דער געביידע, נאכדעם וואס עמיצער האט געעפנט א קאנווערט וואס האט אנטהאלטן ווייסע שטויב. עס איז נישט קלאר צי עס איז געווען געצילט קעגן אבאמא, און אויך נישט צי אבאמא האט זיך געפונען אין דער געביידע בשעת'ן אינצידענט, אבער עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אומשעדליך. דער אינצידענט איז געקומען איין טאג נאך א ווייסע שטויב שרעק ביים הויז פון פרעזידענט טראמפ'ס עלטסטער זון אין ניו יארק סיטי.

הוסף רשומת תגובה