אילינאי – נאציאנאלע וועטער באאמטע זאגן, אז די שטאט שיקאגא האט געבראכן א רעקארד, דורכדעם וואס זי האט געהאט שניי פאר 9 טעג אין א צי. די נאציאנאלע וועטער סערוויס זאגט אז אין לויף פון די 9 טעג זענען געפאלן "מעסיגע מאסן" שניי, וואס די וועטער סערוויס דעפינירט "מעסיגע מאסן" אלס א מינימום פון 0.1 אינטשעס. עס איז בלויז די דריטע מאל אין היסטאריע, זינט 885' ווען די רעגירונג האט אנגעהויבן האלטן חשבון אויף וועטער רעקארדס, וואס סיי וועלכע אמעריקאנער שטאט האט געהאט שניי פאר גאנצע 9 טעג אין א צי. שיקאגא איז באקאנט אלס איינס פון די קעלטסטע שטעט אין אמעריקע אין לויף פון די ווינטער מאנאטן, און באזונדער איז עס שטארק ווינטיג, טראגט עס דעריבער דעם פאסיגן צונאמען "ווינטיגע שטאט".

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל