א שטיקל היסטאריע פונעם צווייטן וועלטס קריג האט זיך היינט ווידער אפגעשפילט אין צענטער פון לאנדאן ווען די סיטי עירפארט האט געמוזט ווערן אפגעשלאסן צוליב דעם וואס עס איז דארט געפונען געווארן א באמבע פונעם צווייטן וועלט קריג, די באמבע - אן איבערבלייבעניש פון די לופט בליץ אויף לאנדאן דורך די דייטשן - איז געפונען געווארן אינעם ׳טעמזע׳ טייך נעבן דעם לופטפעלד. די באמבע איז געווען א לעבעדיגע באמבע וועלכע האט נאכנישט אויפגעריסן און דעריבער האט עס פארלאנגט א קאמפליצירטע אפעראציע צו עס נייטראליזירן אן קיין שאדנס. די גאנצע געגענט איז אפגעשפארט געווארן און אלע פליגער רייזעס אין די פארמיטאג שטונדען זענען אפגערופן געווארן. נאך עטליכע לאנגע שטונדען נאכדעם וואס די באמבע איז געמאכט געווארן אומשעדליך זענען איז אלעס צוריק צו נארמאל.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל