אמעריקאנער מיליטערישע קוועלער האבן באשטעטיגט פאר די פרעסע אז דער אייסיס פירער אבן-באכר אל-באגדאדי איז שווער פארוואונדעט געווארן פון א לופט אטאקע צוריק אין מאי און איז פאר ארום פינף חדשים געווען אין שווערן צושטאנד און נישט געקענט פירן די ארגאניזאציע. די אטאקע איז פארגעקומען אין די שטאט ראקא אין סיריע ווי דער אייסיס פירער האט זיך אויפגעהאלטן אינאיינעם מיט א גרופע פון זיינע קעמפער. די קוועלער זאגן אז די אטאקע איז ווארשיינליך דורכגעפירט געווארן דורך די רוסישע מיליטער וועלכע האט צוריק אין יוני שוין געזאגט אז זייער אטאקע האט סוקסעספול געטראפן דעם אייסיס פירער.

בילד: אייסיס פירער פארוואונדעט געווארן מיט איבער אן האלב יאר צוריק

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל