אין די צייט וואס טערקיי גייט ווייטער אן מיט איר בלוטיגע אינוואזיע קעגן די קורידשע באפעלקערונג אין סיריע, האבן זיי פארשארפערט אירע אנטי-אמעריקאנער רעטאריק און באשולדיגן אמעריקע און שטיצן די קורדישע קעמפער. דער טערקישער אויסערן מיניסטער האט נעכטן געזאגט אז אמעריקע טוט דירעקט פארשטייטערן די אפעראציע קעגן אייסיס אין סיריע צו געבן אן אויסרייד פאר דעם וואס זי באוואפנט די קורדישע רעבעלן, און איר באשולדיגט אין שטיצן טעראר. אין א פרואוו צו ״שטעכן״ אמעריקע האט די שטאט-ראט אין איסטאנבול געטוישט די נאמען פון די גאס וואו עס געפונט זיך די אמעריקאנער אמבאסאדע צו ״איילבירט צווייג״ די נאמען פון די אנגייענדע מיליטערישע אפעראציע וואס טערקיי פירט דורך אין סיריע.

בילד: טערקיי פארשארפערט איר רעטאריק קעגן אמעריקע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל