דאס ווייסע הויז האט היינט ארויסגעלייגט די פארשלאג פון די טראמפ אדמינסטראציע צו פארריכן די אמעריקאנער אינפרוסטרוקטור, דאס רעכנט אריין א פעדעראלע בודשעט פון 200 ביליאן דאלער איבער די קומענדיגע צען יאר, וועלכע וועט גענוצט ווערן צו מוטיגן אינוועסטירונגען פון לאקאלע רעגירונגען און פריוואטע אונטערנעמער וואס אינאיינעם זוכט די אדמינסטראציע צו אנקומען צו א בודשעט פון 1.5 טריליאן דאלער פאר א מאסיווע איבערבוי פון אמעריקאנער בריקן, שאסייען, און עלעקטעריציטעט.

דאס איז א טייל פון א צען יעריגע בודשעט פלאן, און קומט נאכדעם וואס טראמפ האט דערקלערט אין זיין סטעיט אף די יוניאן אז ער זוכט צו פארשטעלן א פראגראם אונטער יעדע פעדעראלע דאלער זאל ווען געטאפלט און געטריפלט דורך לאקאלע רעגירונגען און די פריוואטע סעקטאר. אזוי אויך וועט די אדמינסטראציע שניידן די פילע שווערע ביוראקראטישע שוועריגקייטן אין וועלכע בויער און אונטערנעמער שטויסן זיך או אין פארעם פון רעגולאציעס און לעגאלע פראבלעמען.

א וויכטיגע טייל פונעם פארשלאג איז דאס וואס דער פרעזידענט וויל ערלויבן פאר די פעדעראלע רעגירונג צו פארקויפן אירע אייגענטומען אויב עס קען ארייברענגען גרויסע געלטער און דינען די אינטערעס פון אמעריקע, און שטעלט פאר א רייע ביישפילן פון פעדעראלע איינריכטונגען וועלכע וואלט געווען ווערט צו פארקויפן - אריינגערעכנט דעם וואשינגטאן די.סי. לופטפעלד - פאר פריוואטע אייגענטומער.

בילד: פרעזידענט טראמפ שטעלט פאר 1.5 טריליאן דאלערדיגע אינפרוסטרוקטור פלאן


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל