דער סיטי'ס טראנספארטאציע דעפארטמענט האט גערופן דעם סטעיט-סענאט אונטערצונעמען מיטלען וואס זאלן פארשנעלערן די איבערבוי-ארבעט פון דער בי-קיו-אי.

דער דאזיגער פארנומענער הייוועי וועט דורכגיין א רענאוואציע פראיעקט, וואס איז געצילט זיך צו פארענדיגן אין 26'. אויב וועט די ארבעט נישט פארענדיגט ווערן אין צייט, ווי ס'איז אפטמאל דער פאל מיט שטאטישע פראיעקטן, וועט דער טראנספארטאציע דעפארטמענט צייטווייליג אריבערפירן דעם פארקער אראפ פונעם הייוועי דורך דער טייערער 'ברוקלין הייטס' געגנט, וואס געפינט זיך צווישן בארא פארק און וויליאמסבורג.

אקטיוויסטן ווייזן אבער אן, אז אויב זאל די סטעיט דערלויבן דער סיטי צו אנגאזשירן איין איינציגע פירמע פאר דעם פראיעקט, אנשטאט עטליכע, וועט די ארבעט געדויערן ווייניגער צייט, און די סיטי וועט זיך אויך שפארן ארום הונדערט-מיליאן דאלאר.

ארום 150-טויזנט אויטאמאבילן, אריינגערעכנט פופצן-טויזנט טראקס, פארן טעגליך אריבער דער נעמליכער בי-קיו-אי שטרעקע, און לאקאלע איינוואוינערס ווייזן אן אז דאס אריבערפירן דעם פארקער צו זייער געגנט וועט ממש פאראליזירן דעם שטח.

א ווארטזאגער פאר גאווערנאר קאומא האט אויסגעדריקט שטיצע פאר'ן געדאנק, פון איבערגעבן דעם פראיעקט צו איין פירמע, אבער דער סטעיט-סענאט האט עס דערווייל נישט באשטעטיגט.

בילד: פאדערונגען צו פארשנעלערן בי-קיו-אי איבערבוי-ארבעט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל