דאנעלד טראמפ דשוניאר, דער זון פונעם פרעזידענט וועלכער שטייט יעצט אין שפיץ פון די טראמפ ביזנעס אימפעריע האט אפגעווארפן קריטיק וועלכע זענען ארויפגעקומען אין די לעצטע טעג אז די ״טראמפ ארגאניזאציע״ באנוצט זיך מיט די טראמפ פרעזידענטשאפט אלס א מיטל צו פארגרעסערן אירע איינקונפטן. און זאגט אז דאס איז אייגנטליך פארקערט, וויבאלד זיי האלטן זיך אפ פון מאכן ביזנעס וועלכע קען שטעלן לעגאלע פראגעס.

די קריטיק איז געקומען נאכדעם וואס די טראמפ ארגאניזאציע האט רעקלאמירט אין די פרעסע אין אינדיע איבער א ספעציעלע געלעגנהייט זיך צו טרעפן פערזענליך מיט טראמפ דשוניאר פאר די וועלכע אינוועסטירן אין א פראיעקט וועלכע זיי בויען דארט, די גראנדיאזע רעקלאמעס מיט די קעפל ״טראמפ קומט קיין אינדיע״ איז קריטיקירט געווארן אז עס נוצט אויס די פאפולאריטעט פון טראמפ אלס אמעריקאנער פרעזידענט צו פארדינען געלט, און די פאקט אז מענטשן מיט פאליטישע אדער דיפלאמאטישע אינטערעסן וועלן דאס אויסנוצן צו לאביאירן ביי טראמפ דשוניאר אז ער זאל רעדן דערוועגן צום טאטן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל