אן אויספארשונג וואס איז דורכגעפירט געווארן דורך א פינאנציעלן זשורנאל זאגט, אז ניו יארקער בירגער צאלן די העכסטע שטאטישע שטייערן אין גאנצן לאנד.
אין דורכשניט, צאלט א ניו יארקער איינוואוינער ארום 12.7 פראצענט פון זיין איינקונפט צו פארשידענע לאקאלע און סטעיט שטייערן.
ניו יארק איז די פערטע-רייכסטע סטעיט אין די פאראייניגטע שטאטן, אבער די שטייערן וואס אירע איינוואוינערס צאלן זענען העכער ווי די פון רייכערע שטאטן.
די נידעריגסטע שטייערן צאלט מען אין דער ווייטער אלאסקא, וואו די דורכשניטליכע ראטע באטרעפט ארום 6.5 פראצענט.
גאווערנער קאומא האט אוועקגעמאכט די שטודיע, וועלכע ער האט באצייכנט ווי באשטייט פון "אלטער" אינפארמאציע און גע'טענה'ט, אז דער באריכט נעמט נישט אין חשבון עטליכע שטייער שניטן און רעפארמען וואס זענען איינגעשטעלט געווארן זינט 12'.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה