א שטודיע דורך א גרופע וואס גיט זיך אפ מיט די אומריינע ענינים זאגט, אז ניו יארק סיטי איז די שמוציגסטע שטאט אין לאנד.

די שטודיע האט גענומען אין חשבון פערציג גרעסערע שטעט אין די פאראייניגטע שטאטן, און אונזער היימשטאט האט געוואונען אלס דאס פלאץ מיט'ן מערסטן מיסט, ליידיגע פלעשער אד"ג אויסגעווארפן איבער די גאסן.

די צווייט-ערגסטע, לאס אנדזשעלעס, שטייט פיל בעסער ווי ניו יארק.

די ריינסטע שטאט אין דער שטודיע איז דזשעקסאנוויל, פלארידא, נאכגעפאלגט ביי ארלענדאו, אויך אין דער זעלבער סטעיט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל