פאקיסטאן זאגט אז וואשינגטאן האט איר געגעבן אן אולטימאטום פון 3 חדשים צו נעמען א מער אגרעסיווע ראלע אין באקעמפן טעראריזם, און אויב נישט וועלן זיי ארויפגיין אויף די ליסטע פון לענדער וועלכע אמעריקע באטראכט אלס אזעלכע וועלכע שטיצן טעראר, אדער אזעלכע וועלכע ערלויבן טעראר גרופעס צו נוצן די פינאנציעלע אינסטיטוציעס פון לאנד, אזא שריט וועט אויטאמאטיש לייגן סאנקציעס אויף זיי.

פאקיסטאן האט אויסגעדריקט גרייטקייט צו מיטארבייטן מיט אמעריקע און נאכקומען די פארלאנגן צו פארמיידן צו ארויפגיין אויף אזא ליסטע, און האט שוין אין די לעצטע טעג איינגעפרוירן די באנק קאנטעס פון טעראריסטישע גרופעס וועלכע פירן דורך טעראר קעגן אינדיע, א זאך וואס ביז יעצט האט זי זיך אפגעהאלטן פון טוהן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל