דער אמעריקאנער וויצע פרעזידענט מייק פענס האט געהאט געפלאנט זיך צו טרעפן מיט די העכסטראנגיקע באאמטע אינעם נארט קארעאר רעזשים דורכאויס זיין באזוך אין סאוט קארעא מיט צוויי וואכן צוריק, ביים באגעגעניש האט זיך געזאלט באטייליגן די שוועסטער פון קים יאנג אן וואס פארנעמט א הויכע דיפלאמאטישע פאזיציע אינעם רעזשים, און קים יאנג נאם וועלכער איז דער אפיציעלער פרעזידענט פון לאנד, אינאיינעם מיט נאך הויכע באאמטע.

אבער אין די לעצטע מינוט האט די נארט קארעאר דעלעגאציע אפגערופן דעם באגעגעניש נאכדעם וואס דער וויצע פרעזידענט האט גענוצט עטליכע עפנטנליכע אויפטריטן צו פארדאמען דעם רעזשים, און האט אויך געגעבן א שארפע רעדע אין יאפאן אין וועלכע ער האט געמאלדן איבער פרישע סאנקציעס.

די ווארטזאגער פונעם וויצע פרעזידענט האט געזאגט אז דאס אפרופן דעם באגעגעניש איז אייגנטליך א צייכן אז די באזוך פונעם וויצע פרעזידענט האט געדינט דעם ציל, וועלכע איז געווען צו קעמפן קעגן דעם פאלשן פריינטליכן פנים וואס די רעזשים האט געוואלט אנשטעלן פאר די וועלט ביי די אלימפיקס, און דעריבער זענען זיי איינגעגעגאנגען אויפ׳ן באגעגעניש מיט די האפענונג אז דאס וועט באוועגן דעם וויצע פרעזידענט צו זיך איינהאלטן, אבער נאכדעם וואס עס איז נישט געגאנגען האבן זיי אפגערופן דעם באגעגעניש.

דאס ווייסע הויז האט באשטעטיגט אז אזא באגעגעניש איז געווען געפלאנט, אבער זאגט אז דאס איז נישט געווען קיין אפיציעלע דיפלאמאטישע געשפרעכן, נאר די אדמינסטראציע האט געוואלט ערשטהאנטיג איבערגעבן פאר די רעזשים די שטעלונג פון וואשינגטאן, אז אונטער סיי וועלכע אפמאך וועלן זיי מוזן אויפלעזן זייער נוקלארעארער פראגראם.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל