ניו יארק סיטי – פאליציי באאמטע אין ניו יארק סיטי האבן געזאגט, אז אין לויף פון יאר 17', דאס הייסט פרעזידענט טראמפ'ס ערשטע יאר אין אמט, האט די פאליציי באקומען 1,526 פארלאנגען פון די פעדעראלע אימיגראציע אויטאריטעטן, צו ארעסטירן אומלעגאלע אימיגראנטן, אבער די פאליציי האט אפגעווארפן אלע פארלאנגען און נישט קאאפערירט מיט די פעדעראלע אויטאריטעטן. דער ציפער פון איבער 1500 ארעסט פארלאנגען, איז נאענט צו 20 מאל אזויפיל ווי די אכציג ארעסט באפעלן וואס די ניו יארק סיטי פאליציי האט באקומען אין יאר 16', דאס לעצטע יאר פון פרעזידענט באראק אבאמא אין אמט, און פון יענע 80 ארעסט באפעלן, האט די פאליציי אויך נאר אויסגעפאלגט 2.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל