וואשינגטאן – א באריכט אינעם "וואל סטריט זשורנאל" דעטאליזירט וויאזוי א גרופע לאביאיסטן, וועלכע ארבעטן פאר די גרויסע אמעריקאנער לופטליניעס, האבן אנגעהויבן לייגן דרוק אויף דער פעדעראלער טראנספארטאציע אדמיניסטראציע, צו אנולירן און שניידן פילע פון עקזיסטירנדע רעגולאציעס, וועלכע טוען באשיצן קאסטומערס. לויט'ן באריכט, האבן די לאביאיסטן צוזאמגעשטעלט א גענויע ליסטע פון רעגולאציעס וואס זיי ווילן דערפון פטור ווערן, אריינגערעכנט דאס אז יעדע לופטליניע מוז געבן 24 שעה נאכ'ן באשטעלן א רייזע בילעט, אז דער קאסטומער זאל קענען אומזיסט אפשאפן דעם בילעט, וואס די לופטליניעס ווילן קענען בעטן א "טשארדזש" אפילו אויב עמיצער וויל מבטל מאכן געציילטע מינוטן נאכ'ן באשטעלן א רייזע בילעט. אויך זוכן די לופטליניעס פטור צו ווערן פון א רעגולאציע וועלכע זאגט אז אויב א דאמעסטישע פליגער זיצט אויפ'ן טארמאק 3 שטונדן און הייבט זיך נישט, מוז די פליגער שטאב לאזן פאסאזשירן אראפגיין, אויב זיי ווילן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל