מעקסיקא – אויטאריטעטן אין מעקסיקא האבן שוין געטראפן טיגערס אין אלע סארט סיטואציעס: אלס פריוואטע באשעפענישן ביי מענטשן אינדערהיים, וואנדערנדיג אין הויפן פון הייזער אין באוואוינטע שטעט, אדער סתם אזוי זיך דרייען אין די גאסן. אבער נעכטן מיטוואך האבן די אויטאריטעטן געמאלדן אז זיי האבן גאר געטראפן א טיגער אין דער פאסט! לויט די מעקסיקאנער ענווייראמענטאלע פראטעקשאן אויטאריטעטן, האט עמיצער אריינגעשטעלט א קליינעם בעיבי טיגער אין א פלאסטישן גרויסן שאכטל און עס געוואלט אפשיקן אויף פאסט. קיינער האט נישט באמערקט סיי וועלכע זאך מאדנע מיט'ן שאכטל, און עס איז נאר אויפגעכאפט געווארן ווען מען האט דורכגענישטערט א הויפן פעקלעך און שאכטלעך מיט שמעק הינט, וועלנדיג אויפכאפן מעגליכע אומלעגאלע דראגס. אן אויספארשונג איז געעפנט געווארן צו דערגיין ווער ס'איז דער שיקער פונעם טיגער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל