וואשינגטאן – דער פענטאגאן האט נעכטן באשטעטיגט, אז זי באטראכט אירע אפציעס, נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט פארארדנט צו פלאנירן א גרויסן מיליטערישן מארש און יובעלירונג אין די גאסן פון וואשינגטאן די-סי, מיט'ן ציל צו צייגן דאנקבארקייט פאר דעם אמעריקאנער מיליטער. טראמפ האט שוין אין דער פארגאנגענהייט געטראכט פון פארארדענען אזא מיליטערישע פאראדע אין די גאסן פונעם אמעריקאנער הויפטשטאט וואשינגטאן די-סי, נאכדעם וואס ער האט פארלאפענעם יולי באזוכט אין פראנקרייך, וואו ער האט מיטגעהאלטן דעם גרויסן מיליטערישן מארש פון דעם פראנצויזישן מיליטער, אינעם ארטיגן נאציאנאלן "באסטיעל טאג" פייערונגען. טראמפ האט אפן געשעצט און באוואונדערט דעם פראנצויזישן מיליטערישן מארש, שרייבנדיג שפעטער אויף טוויטער, אז עס איז געווען "עפעס מייסטערהאפטיג".

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל