ניו יארק – נעכטן איז געווען נאך א ווילדער טאג אויפ'ן אמעריקאנער סטאק מארקעט, ווען דער "דאו דזשאונס" האט זיך געוואקלט אהין און צוריק, שליסנדיג זיך מיט א 19 פונקטן, אדער 0.1 פראצענט, פארלוסט. איבער'ן טאג האט דער "דאו" זיך געווארפן מיט ארום 500 פונקטן, וואס איז געקומען נאכדעם וואס דינסטאג האט זיך דער מארקעט געשלאסן מיט א 500 פונקטן פארדינסט. נעכטן האט מען אויך צום ערשטן מאל געהערט פון פרעזידענט טראמפ אדרעסירן די אישו פונעם וואקלנדיגן סטאק מארקעט, נאכדעם וואס מען האט געהאט געווארט צו הערן פון אים, וויבאלד ער האט זיך ביז יעצט אייביג אויפגעטאן און גענומען קרעדיט ווען דער מארקעט האט געהאט א גוטן טאג. טראמפ האט געשריבן נעכטן אינדערפרי אויף טוויטער, "אין די אלטע צייטן, ווען גוטע נייעס איז געקומען, איז דער סטאק מארקעט ארויף. היינט צוטאגס, ווען עס ווערט באריכטעט גוטע נייעס, גייט דער סטאק מארקעט אראפ. דאס איז א גרויסער טעות, און מיר האבן אזויפיל גוטע נייעס איבער דער עקאנאמיע".

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל