אן אדוואקאט האט אנגעקלאגט דעם ניו דזשוירזי שטעטל 'ליאָניאַ' צוליב א נייעם פארבאט קעגן אויסשטאטישע מאטאריסטן פון ניצן די לאקאלע גאסן אלס 'שארטקאט' אויפ'ן וועג צו דער וואשינגטאן בריק.

'ליאָניאַ', אין בערגען קאונטי, זיצט אויפ'ן וועג צו דער וואשינגטאן בריק און טויזנטער מאטאריסטן ניצן טעגליך די לאקאלע גאסן אויסצומיידן דעם שווערן ראש-האוער פארקער.

די אנקלעגערין, א לאיער וועלכע פלעגט ניצן 'ליאָניאַ' פאר דעם צוועק, האט אריינגעטראגן די אנקלאגע אויפ'ן סמך אז די ארטיגע מוניציפאליטעט האט נישט קיין לעגאלע רעכט צו באשליסן ווער ס'זאל יא אדער נישט מעגן פארן אויף די ארטיגע גאסן.

דער פארבאט, מיט א צוויי-הונדערט דאלאר געלט-שטראף פארלעצערס, קומט נאך דעם וואס די איינוואוינערס האבן זיך באקלאגט אויף דעם טעגליכן פלייץ פון ארום צוועלף-טויזנט אויטאמאבילן, וואס ניצן די לאקאלע גאסן אלס 'שארט-קאט' צו דער בריק.

דאס געזעץ, וואס פארמאכט זעכציג גאסן צו פרעמדע פארערס דורכאויס די אינדערפרי און אוונט ראש-האוער שטונדן, האט זיך אנגעשטויסן אין שטארקער קעגנערשאפט מצד באטרעפנדע מאטאריסטן, וועלכע ווייזן אן אז די מוניציפאליטעט האט נישט דאס לעגאלע רעכט איינצושטעלן אזא פארבאט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל