'ליאָניאַ' איז א שטעטל אין בערגען קאונטי, וואס זיצט אויפ'ן וועג צו דער וואשינגטאן בריק, און די טויזנטער מאטאריסטן וואס ניצן די לאקאלע גאסן אויסצומיידן דעם שווערן ראש-האוער פארקער וועלן לעת עתה מוזן פארבלייבן אויפ'ן הייוועי.

דאס קומט נאך דעם וואס די מוניציפאליטעט האט נעכטן, מאנטאג, דורכגעפירט א געזעץ וואס פארבאט דרויסנדע מענטשן פון ניצן אירע גאסן.

דער פארבאט, מיט א צוויי-הונדערט דאלאר געלט-שטראף פארלעצערס, קומט נאך דעם וואס די איינוואוינערס האבן זיך באקלאגט אויף דעם טעגליכן פלייץ פון ארום צוועלף-טויזנט אויטאמאבילן, וואס ניצן די לאקאלע גאסן אלס 'שארט-קאט' צו דער בריק.

דאס געזעץ, וואס פארמאכט זעכציג גאסן צו פרעמדע פארערס דורכאויס די אינדערפרי און אוונט ראש-האוער שטונדן, האט זיך אנגעשטויסן אין שטארקער קעגנערשאפט מצד באטרעפנדע מאטאריסטן, וועלכע ווייזן אן אז די מוניציפאליטעט האט נישט דאס לעגאלע רעכט איינצושטעלן אזא פארבאט.

אנאליסטן האלטן, אז דער ענין וועט צום סוף אנטשיידן ווערן אין געריכט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל