פרעזידענט טראמפ האט געשוויצט אויף טוויטער מיט זיין געלונגענע סטעיט אף די יוניאן רעדע, און צווישן אנדערע געשריבן ״עס איז מיטגעהאלטן געווארן לעבעדיג אויף טעלעוויזיע דורך 45.6 מיליאן אמעריקאנער, די העכסטע ציפער אין היסטאריע״ אבער ווי עס מאכט זיך אפט מיט׳ן פרעזידענט׳ס באמבאסטישע סטעיטמענטס איז עס ווייט פון ריכטיג, די ציפער איז היבש הויעך אבער איז ווייט פון די העכסטע אין היסטאריע, צום ביישפיל איבער 62 מיליאן אמעריקאנער האבן מיטגעהאלטן דעם סטעיט אף די יוניאן פון פרעזידענט בוש אין 2003. אבער עס איז אנגעוויזן אז היינט איז דא פיל מער מעגליכקייטן צו מיטהאלטן אויף די אינטערנעט, און עס איז גאנץ מעגליך אז עס האט טאקע געבראכן דעם רעקארד.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל