א דורכדריניגליכע באריכט וועלכע שאצט אפ צו צושטאנד פון דעמאקראטיעס איבער די וועלט זאגט אז די צושטאנד פון דעמאקראטיע איבער די וועלט האט געגרייכט א גאר נידריגע שטאפל, פילע לענדער וועלכע זענען געווען דעמאקראטיש זענען איבער די לעצטע 3 יאר פארוואנדלט געווארן אין דיקטאטורישע הערשאפטן, און די צאל מענטשן וועלכע געניסן פון פולע דעמאקראטיע איז אראפאיז  פון 8.9% פון די וועלטס באפלעקערונג אין 2015, צו ארום 4 פערצענט היי-יאר. אלעס אינאיינעם דעמאקראטיע אפגעשוואכט געווארן אין איבער 89 לענדער, דאס רעכנט אויך אריין אמעריקע.

די באריכט איז צוזאמענגעשטעלט דורך די ״עקאנאמיסט״ פאבליקאציע מיט די הילף פון א שטאב פון עקספערטן, זיי האבן גענידערט די שטאפל פון אמעריקע פון א ״פולשטענדיגע״ דעמאקראטיע צו א ״פעלערהאפטיגע״ דעמאקראטיע, אנגעבנדיג די גאר הויכע אומצוטרוי וואס אמעריקאנער האבן אין די רעגירונג אינסטיטוציעס, וואס איז לויט זיי א וויכטיגע טייל פון א געזונטע דעמאקראטיע. אויך אנדערע דעמאקראטישע לענדער זענען באצייכנט געווארן אלס פעלערהאפטיג אריינגרעכנט שפאניע און נאך. די העכסטע אויף די ליסטע שטייט נארוועגיע, אייסלאנד, שוועדן, ניו זילאנד, דענמארק, אירלאנד, קאנאדע, אויסטראליע, פינלאנד און שווייץ.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל