וואשינגטאן – די טראמפ אדמיניסטראציע זאגט, אז זיי שטיצן א פארשלאג וועלכע וועט דערקלערן, אז פארשוינען וועלכע פארמאגן א "ריסטרעינינג ארדער" אויף זיך, וועלן די פעדעראלע אדער סטעיט אויטאריטעטן קענען קאנפיסקירן יענעמס גאנס. אין עטליכע סטעיטס עקזיסטירן שוין אזעלכע געזעצן, אז מענטשן וועלכע זענען אזוי געפארפול, אז אנדערע מענטשן האבן ארויסגענומען אין געריכט א "ריסטרעינינג ארדער" קעגן זיי (דאס הייסט אז דער פארשוין טאר נישט קומען נאענט צו יענעם, אפילו אויב ער טוט נישט גארנישט שעדליך), טארן נישט האבן קיין גאנס, און יעצט זאגט די טראמפ אדמיניסטראציע אז אין שאטן פון די פלארידע סקול שיסעריי, זענען זיי גרייט צו באטראכטן איינצושטעלן דעם סיסטעם אויף א פעדעראלן און נאציאנאלן פארנעם. פרא-גאן גרופעס שטיצן אויך דעם פארשלאג, וויבאלד עס וועט נישט ארויפשטעלן קיין פרישע רעגולאציעס אויף גאן פארקויף זעלבסט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל