פלארידע – נעכטן האט מען געהערט פון אן ערנסטן קאמפיין, וואס איז אונטערגענומען געווארן קעגן דעם שעריף סקאט איזראעל, פון פארקלענד, פלארידע, אים צו צווינגען אפצוטרעטן פון אמט, אלס רעזולטאט פון דער טויטליכער שיסעריי אין דער ארטיגער הויך-שולע מיט איינס און א האלב וואך צוריק. דער רוף פאר איזראעל'ס רעזיגנאציע קומט נאכדעם ווי ס'איז אויפגעדעקט געווארן אז זיין דעפארטמענט האט פארנאכלעסיגט קלארע נאכאנאנדיגע ווארענונגען איבער'ן געפארפולן פארשוין ניקאלעס קרוז, אין די וואכן בעפאר דער שיסעריי, און אויך איבער דעם וואס איינער פון איזראעל'ס אונטערטאנען, א לאקאלער שעריף דעפיוטי, האט זיך אויסבאהאלטן אין לויף פון דער שיסעריי, און נישט געשטורעמט די שולע צו קאפראנטירן דעם שיסער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל