וואשינגטאן – קומענדיגן מאנטאג, למספרם מערץ 5, וועט זיין דער דעדליין ווען עס וועט אפלויפן דער "דאקא" פראגראם, וועלכע שטעלט צו שוץ פאר הונדערטער טויזנטער אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע זענען אריינגעקומען קיין אמעריקע מיט זייערע עלטערן אלס קליינע קינדער. דער פראגראם קומט צו אן ענדע אויף דער פארארדענונג פון פרעזידענט טראמפ, און טראץ פארשידענע ביז-יעצטיגע פרואוון צו שאפן א לעזונג וואס צו טאן מיט די דאקא אימיגראנטן, איז קאנגרעס דורכגעפאלן. למעשה האט מען נעכטן געהערט אז דער רעפובליקאנער סענאטאר דזשעף פלעיק ארבעט מיט דעמאקראטישע סענאטארן, אויף אמווייניגסטנס א צייטווייליגע לעזונג, וואס זייער פלאן וועט פארלענגערן דעם דאקא פראגראם פאר נאך 3 יאר, און צושטעלן 7.6 ביליאן דאלאר פאר גרעניץ זיכערהייט, צו באפרידיגן פרעזידענט טראמפ און פארזיכערן אז ער שרייבט עס אונטער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל