שווייץ – א וויכטיגער צימער אינעם אפיציעלן פאלאץ פון דער שווייצער רעגירונג, האט באקומען א נייעם נאמען, "דער קארל לאטז צימער", אין עהרע פון א שווייצער דיפלאמאט וועלכער האט געהאלפן ראטעווען צענדליגער טויזנטער אידן ביים צווייטן וועלט קריג. לאטז, וועלכער האט געארבעט אלס וויצע קאנסול פאר דער שווייצער רעגירונג אין בודאפעסט, ווערט קרעדיטירט מיט'ן ראטעווען ארום 86 טויזנט אידן פון די נאציס, און ער ווערט אפט באצייכנט אלס "דער שווייצער אסקאר שינדלער", צוליב וואס ער האט קודם געראטעוועט 8 טויזנט אידן דורכ'ן אונטערשרייבן אן אפמאך מיט די דייטשן, אז זיי וועלן לאזן די אידן ארויסגיין פון אונגארן, און דערנאך האט ער געראטעוועט צענדליגער טויזנטער אידן דורכ'ן זיי צושטעלן פאלשע דאקומענטן. דער צימער וואס האט באקומען דעם נאמען פון לאטז, איז דער צימער וואו עס ווערט דיסקוסירט די סאמע וויכטיגסטע אויסערן אנגעלעגנהייטן פאליסיס פון דער שווייצער רעגירונג, און אצינד טראגט עס דעם נאמען פונעם באעהרטן אידן-רעטער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל